17 און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד.
און וואויל איז דעם, וואס וועט נישט שטרויכלען אין מיר!
דערפאר זאג איך אייך: יעדע זינד און לעסטערונג וועט די מענטשן פארגעבן ווערן; נאר די לעסטערונג פון דעם גייסט וועט נישט פארגעבן ווערן.
ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד.
און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה;
און אנדערע זענען די, וואס זענען געזייעט צווישן דערנער; זיי זענען עס וואס האבן געהערט דאס ווארט;
און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן.
דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;
אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח.
דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס.
ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען.
ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן!
וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד.
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.
האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.
איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.