16 און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה;
אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד;
און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי.
און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד.
ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.
און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.
ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.
און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט!
און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.