10 און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.
און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;
דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד.
און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים;
און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט.
און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל.