33 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער?
און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען.
און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך.
און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער!
צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.
און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז?
און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען.
דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער.