29 ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד.
און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.
און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט.
זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט.
ווייל זיי האבן געזאגט, אז ער האט אן אומריינעם גייסט.
און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן.
די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט,
ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.
ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.