28 באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן;
און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט.
און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן.
ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן!