Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 3:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 3:22
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט!


ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער!


דעמאלט קומען צו יהושען/ישוען פרושים און סופרים פון ירושלים, אזוי צו זאגן:


די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער!


און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים;


אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.


און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.


עס איז דעמאלט געווען חנוכה אין ירושלים; עס איז געווען ווינטער,


האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן?


די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט?


האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ