21 און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען.
און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן.
און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים?
און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת.
ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן.