Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 3:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 3:18
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה?


און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.


און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.


און יעקב בן זבדי, און יוחנן, יעקבס ברודער, און זיי האט ער צוגעזעצט דעם נאמען בני רגוש, דאס הייסט זין פון דונער;


און יהודה איש‑קריות, וועלכער האט אים אויך פארראטן.


צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.


איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס.


דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.


זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט?


עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.


און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.


און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן:


און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען.


שפעטער האט ער זיך באוויזן צו יעקבן; נאך דעם צו אלע שליחים;


צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא.


און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ