11 און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער!
און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!
און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט!
און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין. (תהלים צא, יא.)
און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?
און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים!
דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער.
און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג.
און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.
גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן.