10 ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן.
יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.
און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.
און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.
איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס.
און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט.
און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.
און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.
אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי.
ווארום וועמען דער האר (ג‑ט) האט ליב, דעם מוסרט ער, און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן. (משלי ג, יא-יב.)