5 און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.
מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי?
עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער,
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.
שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;
דער דאזיקער האט זיך צו געהערט צו פוילוסן רעדן, וואס, ווען קוקנדיק אויף אים און זעענדיק, אז ער האט אמונה גענעזן צו ווערן,
אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.
צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט).
און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח,
ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;
פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);
און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.