24 און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט?
און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!
און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?
און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים?
פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין?
ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.