Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 2:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 2:12
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד?


אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.


און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל!


און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.


און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.


דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!


און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.


איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול,


און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!


און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.


און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן?


פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם.


און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ