Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 2:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 2:1
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי;


און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין.


ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.


און א סך לייט האבן זיך פארזאמלט, אזוי אז עס איז שוין מער נישט געווען קיין ארט, אפילו נישט ביי דער טיר; און ער האט צו זיי גערעדט דאס ווארט.


און ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז. און עס איז זיך ווידער צוזאמענגעקומען א המון מענטשן, אזוי אז זיי האבן אפילו נישט געקענט עסן ברויט.


און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל.


און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן.


און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן?


און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט!


און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים.


ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן.


און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ