Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 16:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 16:9
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.


און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית;


און מרים פון מגדלה און מרים, יוסיס מוטער, האבן געזען וואו ער איז געלייגט געווארן.


און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אנטלאפן פון קבר; ווארום עס האט זיי אנגעכאפט א ציטערניש און זיי זענען געווען אויסער זיך; און זיי האבן קיינעם גארנישט געזאגט; ווייל זיי האבן מורא געהאט.


און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים,


און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,


און זעט צוויי מלאכים אין ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן.


און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט.


יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען.


איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ