20 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.
און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)
ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז,
אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט,
דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.
בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.
און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.
מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;
און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!
וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,
בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.