2 און זייער פרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, קומען זיי צום קבר, ווען די זון איז אויפגעגאנגען.
און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר.
און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן.
און האבן געזאגט איינע צו דער אנדערער: ווער וועט אראפקייקלען פאר אונדז דעם שטיין פון דעם אריינגאנג צום קבר?
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט.
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.