נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;
און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק.