דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.
האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!