Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 16:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 16:10
8 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.


און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)


און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.


און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.


און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער.


נאר ווייל איך האב דאס גערעדט צו אייך, האט עצבות אנגעפילט אייער הארץ.


קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ