און בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ.
און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית;
און ווייל עס איז געווען ערב שבת, כדי די גופים זאלן נישט בלייבן דעם שבת אויפן בוים—ווארום יענער שבת איז געווען שבת הגדול—האבן די יידן געבעטן פילאטוסן, אז מען זאל צעברעכן די ביינער פון די גופים, און זיי אראפנעמען.