8 און דער המון איז ארויפגעגאנגען און האט אנגעהויבן צו פארלאנגען, אז ער זאל טאן, ווי געווענלעך פאר זיי.
און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט.
און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט.
און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די בונטארן, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד.
און פילאטוס האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: צי ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען דעם קעניג פון די יידן?