6 און אויף יעדן יום טוב פלעגט ער זיי באפרייען איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן באגערט.
איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.
נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.
און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די בונטארן, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד.
פעטרוס אבער איז געשטאנען ביי דער טיר אינדרויסן. דער אנדערער תלמיד, וואס איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, איז דעריבער ארויסגעגאנגען און האט גערעדט מיט דער טיר וועכטערין, און אריינגעפירט פעטרוסן.
האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן. זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען;
און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.
פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן?