45 און דערוויסנדיק זיך פונם אפיציר, האט ער יוספן געשענקט דעם גוף.
דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן.
און ווי דער אפיציר, וועלכער איז געשטאנען אנטקעגנאיבער אים, האט געזען, אז ער האט אָט אזוי אפגעגעבן דעם גייסט, האט ער געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען ה׳ס זון!
פילאטוס אבער האט זיך געוואונדערט, אז ער איז שוין געשטארבן; און האט גערופן צו זיך דעם אפיציר, און אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאנג טויט.
און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.)
און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף.