4 און פילאטוס האט אים ווידער געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט? זע, וויפל באשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר!
און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר?
דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר?
און די הויפט כהנים האבן געברענגט א סך באשולדיקונגען קעגן אים.
יהושע/ישוע אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.)
פילאטוס זאגט דעריבער צו אים: צו מיר רעדסטו נישט? ווייסטו דען נישט, אז איך האב מאכט דיך צו באפרייען, און האב מאכט דיך צו אויפהענגען אויף דער בוים?