34 און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.)
און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט?
און עס איז געווען די דריטע שעה, און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. (תהלים כב, יד-טז, יח.)
און אייניקע פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי, האבן עס געהערט, און האבן געזאגט: זע, ער רופט אליהון.
און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.