3 און די הויפט כהנים האבן געברענגט א סך באשולדיקונגען קעגן אים.
און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט.
און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס!
און פילאטוס האט אים ווידער געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט? זע, וויפל באשולדיקונגען זיי מאכן קעגן דיר!
יהושע/ישוע אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.)
פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.