28 און עס איז מקוים געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן. (ישעיהו נג, יב.)
און צוזאמען מיט אים זיי אויפהענגען אויף דער בוים צוויי רויבער; איינעם אויף זיין רעכטער זייט, און איינעם אויף זיין לינקער זייט.
און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק זייערע קעפ, און זאגנדיק: הא! דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טעג,
ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף.
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.