20 און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים.
און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן.
און זיי האבן אים געשלאגן מיט א שטעקן איבערן קאפ, און געשפיגן אויף אים, און האבן געבויגן די קניען און זיך געבוקט צו אים. (ישעיהו נ, ו.)
און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן. זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען;