16 און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע.
דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער;
דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.
פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן?
און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש.
און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער.
און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,