71 און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט!
ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי.
און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.
דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן.