70 ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי.
ער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט.
און די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי!
און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט!
און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל?