53 און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים.
דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
ער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער.
און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.)