43 און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים.
שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט!
און זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער.
ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.