39 און ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער.
און תפילה טוענדיק, זאלט איר נישט פלאפלען ווי די אומות (העולם); מחמת זיי מיינען, אז דורך א סך ווערטער זייערע, וועלן זיי דערהערט ווערן.
וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!
און ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן.
און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר.
וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.