Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 14:36 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

36 און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 14:36
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו!


ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען!


דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן: אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.


יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳.


און זיי האבן געזאגט צו אים: מיר קענען! יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: דעם בעכער, וואס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט, וועט איר געטובלט ווערן;


און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן?


איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.


יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.


איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.


און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!


און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים.


אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ