16 און די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
און ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז.
און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.
און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
און דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי ווען די שעה וועט קומען, זאלט איר זיך דערמאנען דערין, אז איך האב עס אייך געזאגט. אין אנהויב אבער האב איך עס אייך נישט געזאגט, ווייל איך בין געווען מיט אייך.