12 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח?
נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.
און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן.
און ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן;
ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,