7 און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.
וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט!
און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים.
א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן.
ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר.
שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.
אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח.