31 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.
באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען.
נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.
אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.
אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,
און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.