29 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאענט ביי די טירן.
און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען.
זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן.