27 און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.
די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא.
דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות,
אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים,
און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן.
מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.
און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.
און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.)
ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן.
און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?
און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך.
און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.
ווער וועט פארקלאגן ה׳ס אויסדערוויילטע? ה׳ איז דער גערעכטפערטיקער;
קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;
מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים,
דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.
לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.