23 איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט!
זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט.
היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.
ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.)
גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן.
איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך;
און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!
און איצט האב איך עס אייך געזאגט, איידער עס געשעט, כדי איר זאלט גלויבן, ווען עס וועט געשען.
און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד.