2 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
ווארום מיר האבן אים געהערט זאגן, אז דער דאזיקער יהושע/ישוע פון נצרת, וועט צעשטערן דאס ארט און ענדערן די חוקים, וועלכע משה האט אונדז איבערגעגעבן.
און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג.