7 יענע גערטנער אבער האבן צווישן זיך געזאגט: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און די ירושה וועט זיין אונדזער!
דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער.
און ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון פירות, האט ער געשיקט זיינע קנעכט צו די גערטנער אפצונעמען זיינע פרוכטן.
און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון!
און זיי האבן גענומען, און אים געטייט, און האבן אים ארויסגעווארפן פון וויינגארטן.
דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?
וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;
האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,