5 נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט.
און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט.
ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט.
פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
און ער האט ווידער צו זיי געשיקט אן אנדערן קנעכט; און יענעם האבן זיי צעשלאגן דעם קאפ, און אנגעטאן חרפות.
נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון!
איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.
זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק.