44 ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה.
און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין;
וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה.
און דער יונגערער פון זיי האט געזאגט צום פאטער: פאטער, גיב מיר דעם חלק פארמעגן, וואס פאלט מיר צו! און ער האט זיי צעטיילט דאס האב און גוטס.
ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!
און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?