42 און עס איז געקומען אן ארעמע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.)
וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר!
באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל.
און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין;
איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה!
און האט געזען א געוויסע נויטבאדערפטיקע אלמנה אריינווארפן דארטן צוויי פרוטות.
ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.
אז אין א גרויסן נסיון פון צרות, האט די שפע פון זייער פרייד און זייער טיפע ארעמקייט איבערגעפלאסן צו אן עשירות פון זייער מילדהארציקייט.