40 זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט.
וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
(וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.)
איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
און תפילה טוענדיק, זאלט איר נישט פלאפלען ווי די אומות (העולם); מחמת זיי מיינען, אז דורך א סך ווערטער זייערע, וועלן זיי דערהערט ווערן.
און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות;
זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט.
ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין.
ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות,